סעמינאַר אין קיידאַן פֿאַר לערערס פֿון ליטע

Show 19 kedainiai

דעם 19-18טן פעברואר 2019 האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר ווילמאַ גראַדינסקײַטע, געגעבן צוויי לעקציעס וועגן דער ייִדישער קולטור צו אַ גרופּע לערערס פֿון ליטווישע שולן.

ד"ר גראַדיסקײַטע איז אַ קונסט־פֿאָרשערין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ווילנער גאון און אַ לעקטאָרין אינעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט.

29 פּעדאַגאָגן פֿונעם גאַנצן באַלטישן לאַנד, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער שטאָט קיידאַן (אויף ליטוויש - קעדײַניאַי) אויפֿן סעמינאַר "די געשיכטע פֿונעם ליטווישן ייִדנטום אינעם קאָנטעקסט פֿון די אַלגעמיינע בילדונגס־פּראָגראַמען", האָבן געקראָגן קענטענישן וועגן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטעטל און זײַן שטייגער לעבן (אינעם פֿאַרגלײַך מיט ליטווישע ייִשובֿים), ווי אויך וועגן וויכטיקסטע ייִדישע יום־טובֿים, מנהגים, ספֿרים, עטנישע גרופּעס, רעליגיעזע און פֿילאָסאָפֿישע השׂגות.