דעם 21-20סטן פֿעברואַר 2019 איז אין דער שטאָט כאַרקאָוו (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר די קולטור־אַרבעטערס, אָרגאניזירט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן שטאָטישן קולטור־צענטער "בית־דן" און צװישנרעגיאָנאַלן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין פֿון די טעאטער־אַרבעטערס.
אין דער אימפּרעזע האָבן זיך באַטייליקט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און דער מיטאַרבעטער פֿונעם תּל־אביבער וויסנשאַפֿטלעך־דערציִערישן צענטער "שלום־עליכם־הויז", ד"ר לעאָניד רויטמאַן.
דעם ערשטן טאָג, אינעם זאַל פֿונעם טעאַטראַלן פֿאַקולטעט פֿונעם כאַרקאָװער נאַציאָנאַלן קונסט־אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון קאָטליאַרעווסקי, האָט ד"ר רויטמאַן געגעבן די לעקציעס "ייִדישער טעאַטער אין אוקראַיִנע" און "דאָס גלענצנדיקע לעבן און דער טראַגישער טויט פֿונעם ייִדישן קעניג ליר - 70 יאָר זינט דעם אומקום פֿון שלמה מיכאָעלס". ד"ר יושקאָווסקי האָט דערציילט טשיקאַווע עפּיזאָדן פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
אויף מאָרגנס, אינעם "בית־דן", האָט יושקאָווסקי געגעבן אַ לעקציע "מאַרק שאַגאַל אין בילד און וואָרט".
דער עולם האָבן זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער האָט געשאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף יידיש. ער האָט אויך אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער.
מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטישע טוערס, האָט שאַגאַל זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.