דעם 16טן מערץ 2019 איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע פֿאָרגעקומען אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה".
די אימפּרעזע איז אויסגעפֿירט געוואָרן פֿון די פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס דער זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און פֿונעם קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.
זיי האָבן געזונגען סײַ ייִדישע לידער, סײַ אוקראַיִנישע, וועלכע זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדישע מעלאָדיעס.
אָט דער אָוונט אינעם שטאָטישן אָפֿיצירן־קלוב איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיטן היגן קולטור־צענטער "די קונסט־וועלט".
אַ 300 צוהערערס האָבן התלהבֿותדיק אַפּלאָדירט און טיילמאָל מיטגעזונגען. מע האָט זיי דאָך בשעת־מעשׂה פֿאַרטײַטשט די לידער אויף אוקראַיִניש און רוסיש.
הײַ־יאָר פּלאַנירט דער ייִדיש־צענטער אַ סעריע אַזעלכע לעקציעס־קאָנצערטן אין גרויסע אוקראַיִנישע שטעט.