דעם 28סטן און דעם 29סטן מאַי 2019 זײַנען אין דער רוסישער הויפּטשטאָט פֿאָרגעקומען צוויי לעקציעס אויף דער טעמע "מאַרק שאַגאַל – דער קינסטלער וואָס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש". עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.
די ערשטע לעקציע האָט ער געגעבן אינעם קולטור־קלוב אויפֿן נאָמען פֿון מאַרק שאַגאַל, וועמענס פֿאַרוואַלטערין – טאַטיאַנאַ אָניִאַשווילי – האָט געהאַט אײַנגעלאַדן ד"ר יושקאָווסקי קיין מאָסקווע.
דער עולם –אַ 50 נפֿשות - האָט זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף ייִדיש. שאַגאַל האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער. מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטיקערס, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.
ד"ר יושקאָווסקי האָט אַנטפּלעקט גאָר אַ נײַעם צוגאַנג צו שאַגאַלס יצירה, באַטאָנענדיק אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און טראַדיציעס איז אוממעגלעך פֿולשטענדיק צו באַנעמען מאַרק שאַגאַלס שאַפֿונגען.
די צוויטע לעקציע איז פֿאָרגעקומען אינעם מאָסקווער קהילה־צענטער איף גרויסער ניקיטסקע גאַס אינעם גערעם פֿון דער קולטור־פּראָגראַם "באַגעגענישן און מחשבֿות". שאַגאַלס בילדער זײַנען "דורכגעלייענט" געוואָרן, מיט דער באַמיִונג צו באַגרײַפֿן זייער אינערלעכע, געהיימע וועלט.