אַ לעקציע אין אָדעס: שאַגאַל פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש

Show 19 odes

דעם 17טן מערץ 2019 איז אינעם אָדעסער מוזיי פֿאַר הײַנטצײַטיקער קונסט פֿאָרגעקומען אַ לעקציע "מאַרק שאַגאַל – דער קינסטלערוואס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש".

עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

דאָס איז געווען די ערשטע אימפּרעזע פֿון דער געפּלאַנטער סעריע באַגעגענישן מיט קונסט־טוערס, געווידמעט דער ייִדישער קולטור.

דער עולם – אַ 50 קינסטלערס, גאַלעריסטן, פּעדאַגאָגן, סטודענטן - האָט זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף יידיש.

שאַגאַל האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער. מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטישע טוערס, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.

דער לעקטאָר האָט אונטערגעשטראָכן אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער קולטור איז עס אוממעגלעך צו באַנעמען און צו פֿאַרשטיין מאַרק שאַגאַלס שאַפֿונג פֿולשטענדיק.