דעם 18-17טן מערץ 2019 איז אין דער שטאָט אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 40 מיטאַרבעטערס פֿונעם שטאָטישן ייִדישן קהילה־צענטער "מגדל": קאָאָרדינאַטאָרן, לערערס, דערציִערס, ביבליאָטעקערס, סאָציאַלע אַרבעטערס, ווי אויך פֿאַר היגע ייִדיש־סטודענטן.
די אימפּרעזע איז אָרגאניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט רעפֿערירט אויף פֿיר טעמעס: "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק"; "צווישן סערפּ און האַמער: ייִדישע קולטור אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איר אימפּעטיקער אויפֿבלי און טראַגישער אונטערגאַנג"; "אָדעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור"; "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?"
דער לעקטאָר האָט באַלױכטן די דערגרייכן פֿון דער ייִדישער קולטור אין פֿאַרשיידענע געביטן: ליטעראַטור, טעאטער, קינאָ, פּרעסע. ער האָט אױך דערצײלט וועגן דער ייִדישער קולטור־טעטיקייט בעת דער חורבן־תּקופֿה און שפּעטער, וועגן דעם אײגנטיימלעכן אָדעסער ריידנס־אַרט אאַ"וו.