לעקציעס וועגן ייִדיש אינעם אָדעסער מוזיי פֿונעם חורבן

Show 19 odessa

דעם 20סטן יאַנואַר 2019 האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ, געגעבן צוויי לעקציעס וועגן ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע קולטור אינעם אָדעסער מוזיי פֿונעם חורבן (השואה).

פֿרוי באַטאַנאָוואַ איז די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לערערין אינעם אוניווערסיטעט "קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע".

זי האָט רעפֿערירט אויף די פֿאָלגנדע טעמעס: "אוקראַיִניש־ייִדישע צווישן־באַציונגען: ייִדישע דיכטערס און זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס" און "לעבן ווי גאט אין אָדעס: די שטאט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיטן מוזיי.

העכער 30 צוהערערס האָבן זיך דערוווּסט אַ סך וועגן דעם לעבן פֿון ייִד אין מזרח־אייראָפּע, בפֿרט אין אוקראַיִנע, און זיך באַקענט מיט די ווערק פֿון וועלוול זבאַרזשער, מאָריס ראָזענפֿעלד, אושר שוואַרצמאַן, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, איציק מאַנגער, אבֿרהם סוצקעווער, ווי אויך מיט דער שאַפֿונג פֿון זייערע אוקראַיִנישע איבערזעצערס: די באַרימטע דיכטערס איוואַן פֿראַנקאָ און פּאַוולאָ טיטשינאַ און זייערע הײַנטצײַטיקע קאָלעגן וואַלעריאַ באָהוסלאַווסקאַ און אַלכּסנדראַ אוראַלאָוואַ.