ייִדיש־לעקציעס אין פּערנע אויפֿן פֿאָרום פֿונעם עסטלענדישן ייִדנטום

Show 19 parnu

פֿונעם 11טן ביזן 13טן אָקטאָבער 2019 איז אין דער שטאָט פּערנע (פּיאַרנו) פֿאָרגעקומען אַ פֿאָרום פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון עסטלאַנד "יחד" ("צוזאַמען"). עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט העכער 500 עסטלענדישע ייִדן פֿון אַלע עלטערס און געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן.

אין דער רײַכער, פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי; די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל; און דער קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און מוזיק־באַאַרבעטער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.

ד"ר יושקאָווסקי האט האָט רעפֿערירט וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. די מוזיקערס זײַנען אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס־קאָנצערטן "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה".