דעם 3-2טן מאַי 2019 איז אין דער שטאָט פּאָסאַדאַס (צפֿון־מזרח־אַרגענטינע) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור "קהילות געדענקען דעם חורבן". ער איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער פֿונדאַציע ייִװ"אָ און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
אין דער אימפּרעזע האָבן זיך באַטייליקט העכער 200 פֿאָרשטייערס פֿון פֿילצאָליקע ייִדישע קהילות פֿון אַרגענטינע: רעסיסטענסיאַ, על־דאָראַדאָ, סאַענס־פּעניאַ, וויליאַ־אַנכעלאַ.
מיט די לעקציעס וועגן ייִדישער ליטעראַטור, געשאַפֿענער אויף פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן בעת דעם חורבן, און וועגן דעם באַטײַט פֿון פּערזענלעכע טאָגביכער איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון בוענאָס־אײַרעסער ייִװ"אָ פּראָפֿעסאר אַבֿרהם ליכטנבאַום.
עס איז פּרעזענטירט געוואָרן אַ בוך מלחמה־זכרונות פֿון יוסף (כאָסיפּ) לעווין איבערגעזעצט אױף שפּאַניש פֿון ראָזע מוז.
די זינגערין אסתּר גאָרען האָט אויסגעפֿירט לידער פֿון געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערס, פֿאַרפֿאַסטע פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי.
די אויספֿירלעכערע אינפֿאָרמאַציע וועט דאָ פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אין די נאָענטסטע שעהען.