לעקציע וועגן ייִדישער סאַטירע אין ראשון־לציון

Show 19 rishon

דעם 29סטן יאַנואַר 2019 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אן עפֿנטלעכע לעקציע אינעם היכל־התרבות (קולטור־פּאַלאַץ) פֿון דער ישׂראלדיקער שטאָט ראשון־לציון.

די טעמע ״סאַטירע אַלס אַ זשאַנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור" איז געווען ביז גאָר אינטערעסאַנט פֿאַר כּמעט 300 צוהערערס. זיי האָבן זיך באַקענט מיט די יצירות פֿון אָנגעזעענע ייִדישע סאַטיריקערס: ב' יאושזון (משה יוסטמאַן), דער טונקעלער (יוסף טונקל) און יוסף הייבלום.

עס ווײַזט זיך אויס אז אײניקע ווערק, געשאַפֿענע מיט 90-60 יאָר צוריק, קלינגען אַלץ נאָך אַקטועל און העלפֿן צו וואַרפֿן אַ פֿרישן, אומדערװאַרטן קוק אויף דער הײַנטצײַטיקער ווירקלעכקייט.