אַ סעמינאַר אין ראָסטאָוו פֿאַר מיטאַרבעטערס פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס

Show 19 rostov

דעם 31-29סטן מערץ 2019 איז אין דער שטאָט ראָסטאָוו־אויפֿן־דאָן (דרום־מערבֿ רוסלאַנד) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר די באַאַמטע פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אינסטיטוציעס: קאָאָרדינאַטאָרן, לערערס, דערציִערס, ביבליאָטעקערס, סאָציאַלע אַרבעטערס.

די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן שטאָטישן ייִדישן קהילה־צענטער.

אינעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט העכער 150 מענטשן. ער איז ברייט באַלויכטן געוואָרן פֿון דער היגער פּרעסע, פֿון ראַדיאָ און טעלעוויזיע.

די אָרגאניזאַטאָרן האָבן גענומען אין באַטראַכט די געאָגראַפֿישע ספּעציפֿיק: ראָסטאָוו־אויפֿן־דאָן געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון די ייִשובֿים, טראַדיציאָנעל באַפֿעלקערטע פֿון קאַווקאַזישע ייִדן (באַרג־ייִדן).

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט"; "קאַפּיטלען פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, געשריבענע אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד"; "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?".

די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿון דער זינגערין-אַקטריסע מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און פֿונעם קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.