ייִדיש־לעקציע אויף אַ מאָסקווער "לימוד"־קאָנפֿערענץ

Show 19 sorokina

פֿונעם 11טן ביזן 14טן אַפּריל 2019 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿונעם בילדונגס־דערציִעריש־קולטורעלן פּראָיעקט "לימוד", וואָס עקזיסטירט אין אַזאַ פֿאָרעם זינט 2007.

אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָט זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, אַנאַ סאָראָקינאַ. זי האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע "ייִדישלאַנד: פֿון אשכּנז ביז ביראָבידזשאַן, הין און צוריק".

די לעקטאָרין האָט באַלויכטן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איר מצבֿ אין פֿאַרשיידענע קהילות, אין הײַנטצײַטיקער קולטור אײַנשליסנדיק די מאַסן־מעדיע. קאָמפּליצירטע קולטורעל־לינגוויסטישע פֿראַגן האָט זי פֿאָרגעשטעלט דורך די יצירות פֿון ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס, מיט דער הילף פֿון פֿאָלקלאָר־מוסטערן און ווידעאָ־פֿראַגמענטן.

אַ' סאָראָקינאַ האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, זיך סטאַזשירט אין ניו־יאָרק (ייִדישע טעאָלאָגישע סעמינאַריע און קאָלאָמביער אוניווערסיטעט). איצט אונטערריכט זי די שפּראַך אינעם מאָסקווער קהילה־צענטער.