דעם 12טן אַפּריל 2019 איז אין טביליסי, אין דער געאָרגישער (גרוזינישער) נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿאַר קונסט, פֿאָרגעקומען אַ לעקציע "מאַרק שאַגאַל – דער קינסטלער וואָס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש".
עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי. דאָס איז געווען א טייל פֿונעם טעאַטראַלן סעמינאַר, אָרגאניזירט פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיט דער געאָרגישער אַקאַדעמיע און דעם טביליסער ייִדישן קהילה־צענטער.
דער עולם – אַ 60 קינסטלערס, גאַלעריסטן, רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן, סטודענטן - האָט זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף ייִדיש.
שאַגאַל האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער. מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטיקערס, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.
צווישן אַנדערן האָט ער אויסגעפֿורעמט דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסע״ט), וווּ עס האָט געגלאַנצט דער טאַלאַנט פֿון שלמה מיכואלסן.
דער לעקטאָר האָט אונטערגעשטראָכן אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער קולטור איז עס אוממעגלעך צו באַנעמען און צו פֿאַרשטיין מאַרק שאַגאַלס שאַפֿונג פֿולשטענדיק.
פֿאַר דער לעקציע איז אויפֿגעטראָטן אַ היגער וואָקאַלער אַנסאַנבל "שיר".