ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר לערערס פֿון מזרח־אוקראַיִנע

Show 19 vilnius12

פֿונעם 12טן ביזן 14טן אַפּריל 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 25 פּעדאַגאָגן פֿון פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן פֿון סומי און אַנדערע שטעט פֿון מזרח־אוקראַיִנע.

די אימפּרעזע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם ווילנער ביוראָ פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס (וועלכער האָט זי אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן סומער רעגיאָנעלן אוניווערסיטעט פֿאַר פּאָסטגראַדויִר־בילדונג) כּדי צו פֿאַרברייטערן און באַרײַכערן די קענטענישן אויפֿן געביט פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום און זײַן אינטעלעקטועל־גײַסטיקער ירושה.

דאָס איז די צווייטע אימפּרעזע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין ווילנע פֿאַרן עולם פֿון אָט דעם רעגיאָן; די ערשטע איז פֿאָרגעקומען אין דעצעמבער פֿאַראַיאָרן.

צוויי ספּעציאַליסטינס פֿונעם ייִדיש־צענטער: ד"ר ווילמאַ גראַדינסקײַטע און ד"ר לאַראַ לעמפּערט - האָבן געגעבן לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

ד"ר גראַדינסקײַטע - אַ קונסט־פֿאָרשערין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿונעם ווילנער גאון און אַ לעקטאָרין אינעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט – האָט דערציילט וועגן דעם בוי און די תושבים פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל און וועגן זייערע אָפּשפּיגלונג אין וויזועלער קונסט.

ד"ר לעמפּערט – די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אויך אַ לעקטאָרין פונעם ייִדיש־אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט - האָט רעפֿערירט וועגן רײַכן ייִדישן גייסטלעכן לעבן אין ליטע און ווילנע צווישן צוויי וועלט־מלחמות.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער ד"ר מרדכי יושקאָווסקי – האָט באַשריבן די פֿאָרמעס, אין וועלכע האָט זיך אַנטוויקלט די ייִדישע קולטור אין אוקראַיִנע – סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע, סײַ פֿאָלקסטימלעכע. מיטן באַזונדערן אינטערעס איז דער עולם געװאָר געװאָרן וועגן זײַנע לאַנדסלײַט – באַרימטע ייִדישע פּראָזאַיִקערס און דיכטערס.

די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט, דורכגעפֿירט פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס: מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר און געזאַנג) און באָריס קירזשנער (פֿידל). זיי האָבן אויסגעפֿירט די לידער - אי באַקאַנטע, אי אומזיסט־און־אומנישט פֿאַרגעסענע. ד"ר יושקאָווסקי האָט אין קורצן דערציילט וועגן זייער געשיכטע, סיפּור־המעשׂה און קינסטלערישער אייגנאַרטיקייט.