לעקציעס אין ווילנע וועגן שאַגאַלס מאָלערײַ אויף ייִדיש

Show 19 vilnius15

דעם 15טן און דעם 16טן אַפּריל 2019 זײַנען אין ווילנע פֿאָרגעקומען צוויי לעקציעס אויף דער טעמע "מאַרק שאַגאַל – דער קינסטלער וואָס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש". עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

די ערשטע לעקציע האָט ער געגעבן אינעם טאָלעראַנץ־צענטער פֿאַר די מיטאַרבעטערס פֿון ווילנער מוזייען און פֿאַרן ברייטן עולם. די צווייטע – אינעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווירסיטעט, פֿאַר זײַנע פֿאָרשערס, לעקטאָרן און סטודענטן.

דער קהל – אין סך־הכּל אַ 180 נפֿשות - האָט זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף ייִדיש.

שאַגאַל האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער. מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטיקערס, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.

ד"ר יושקאָווסקי האָט אונטערגעשטראָכן אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער קולטור איז עס אוממעגלעך צו באַנעמען און צו פֿאַרשטיין מאַרק שאַגאַלס שאַפֿונג פֿולשטענדיק.