אַ לעקציע אין וויטעבסק וועגן שאַגאַלס ייִדישער מאָלערײַ

Show 19 vitebsk

דעם 4טן אָקטאָבער 2019 איז אין דער שטאָט וויטעבסק (ווײַסרוסלאַנד), אינעם מוזיי פֿון מאַרק שאַגאַל, פֿאָרגעקומען אַ לעקציע " שאַגאַל - דער קינסטלער וואָס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש".

עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

דער עולם האָט אַנטהאַלטן די מוזיי־מיטאַרבעטערס, מיטגלידער פֿון דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע, לערערס, סטודענטן און גאָר אַ סך אָרטיקע זשורנאַליסטן, צווישו זיי טעלעוויזיע־אָפּעראַטאָרן.

אַ סך פֿון זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף ייִדיש. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער.

מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.

דער לעקטאָר האָט באַטאָנט, אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור איז אוממעגלעך פֿולשטענדיק צו באַנעמען שאַגאַלס שאַפֿונג.