דעם 8-7טן אָקטאָבער 2019 האָט אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס - די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לימודים, יוליאַ סמיליאַנסקאַ – דערלאַנגט צוויי לעקציעס אין דער שטאָט איוואַנאָ־פֿראַנקאָווסק (הײַנט ווערט גערופֿן איוואַנאָ־פֿראַנקיווסק, פֿֿריִער סטאַניסלאַוו), וואָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־אוקראַיִנע.
די דאָזיקע אימפּרעזע אַיז אַ בשותּפֿותדיקע שאַפֿונג פֿונעם ייִדיש־צענטער און דער היגער בילדונגס־אָפּטיילונג.
די הויפּט־טעמע פֿון ביידע לעקציעס איז געווען דאָס ייִדישע שטייגער־לעבן אין אַמאָליקער גאַליציע. זיי געהערן צום ציקל "ייִדישלאַנד: ייִדישע ליטעראַטור אויף דער אוקראַיִנישער ערד".
די לעקטאָרין האָט באַהאַנדלט די שילדערונג פֿון דער ייִדישער טאָגטעגלעכקייט אין די ווערק פֿון שלום־עליכמען, י"ש עגנונען פֿונעם עסטרײַכישן פּראָזאַיִקער פֿונעם גאַליציאניש־ייִדישן אָפּשטאַם קאַרל פֿראנצויז.