פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער אויף דער קאָנפֿערענץ אין אָדעס

Show 19odes

דעם 26-25סטן סעפּטעמבער 2019 האָבן צוויי פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס רעפֿערירט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ "וווּ עס וועלן זײַן ייִדן – דאָרט וועט זײַן ארץ־ישׂראל", וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין אָדעס (אוקראַיִנע).

די אימפּרעזע, אָרגאַניזירט פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿאַר יודאַיִק־שטודיעס, איז געווידמעט געוואָרן די פֿראַגן פֿון אוקראַיִניש־ייִדישע ליטעראַרישע פֿאַרבינדונגען אין 20-19-טע יאָרהונדערטער.

אין נאָמען פֿונעם ייִדיש־צענטער זײַנען אויפֿגעטראָטן זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ - די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי, ייִדיש־לערערין אינעם אוניווערסיטעט "קיִעווער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע".

צווישן די אַנדערע טיילנעמערס: פּראָפֿעסאָר מיראָסלאַװ שקאַנדרי פֿונעם מאַניטאָבער אוניװערסיטעט (קאַנאַדע), פּראָפֿ' אַמעליע גלייזער פֿונעם קאַליפֿאָרנישן אוניװערסיטעט (סאַן־דיעגאָ, די פֿאַראײניקטע שטאַטן).