דעם 20סטן אַפּריל 2019 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, דורכגעפֿירט דעם צווייטן סדר־פּסח אין סאַנקט־פּעטערבורג (רוסלאַנד). נאָך דער אײַנלאַדונג פֿונעם אָרטיקן קהילה־צענטער "יסוד" האָט דער גאַסט דערציילט וועגן די מנהגים פֿון דעם יום־טובֿ און וועגן זײַן אָפּשפּיגלונג אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר.
יעדעס יאָר װידמעט דער "יסוד" דעם צווייטן סדר אַ באַשטימטער קולטור־טעמע, דאָס מאָל - דעם ייִדיש. ד"ר יושקאָווסקי האט דערציילט משלים און וויצן, ווי אויך פֿאָרגעלייענט די "פּסחדיקע" יצירות פֿון די פּראָזאַיִקערס און פּאָעטן: שלום־עליכם, פּרץ, פֿרוג, יאושזון (יוסטמאַן), העלער, װענדראָװ, שטיינבאַרג און אַנדערע.
אַ דאַנק דער אימפּרעזע האָבן די מענטשן זיך נענטער באקענט מיט דער ייִדישער קולטור אדער דערמאָנט זיך אין דער שפּראַך וואָס זיי פֿלעגן הערן אין קינדהייט: דאָס האָט גורם געווען צו שטאַרקע עמאָציעס.
אינעם אָוונט האָט זיך אויך באַטייליקט אַ קלעזמער־אַנסאַמבל "לאַקאָטשאַ", וואָס האָט אויסגעפֿירט ייִדישע לידער וועגן פּסח.