דעם 8טן מערץ 2019 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ לעקציע אין תּל־אבֿיבֿער קינאָ־פּאַלאַץ "סינעמאַטעק" אויף דער טעמע ״דער לעצטער דור פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד".
אַן ערך 120 צוהערערס, מייסטנס פּעדאַגאָגן און כּלל־טוערס, האָבן זיך באַקענט מיט אַן אוניקאַלער דערשײַנונג אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אין די 1980ער יאָרן – עטלעכע יאָרצענדליקער נאָכן חורבן און נאָך סטאַלינס גזירות - איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַנטשטאַנען גאָר אַ היפּשע גרופּע יונגע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, וועלכע שרײַבן ייִדיש (אַ סך פֿון זיי טוען דאָס ביז הײַנט־צו־טאָג).
אַלס מוסטער האט ד"ר יושקאָווסקי באַניצט די יצירה פֿון משה לעמסטער – דעם אייגנאַרטיקן פּאָעט, שרײַבער, ליטעראַטור־פֿאָרשער, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט די קינדער־יאָרן אינעם בעסאַראַבער שטעטל יעדינעץ און פֿאַראייביקט זײַן ייִדישן שטייגער לעבן, זײַנע קולטור און פּסיכאָלאָגיע.
משה לעמסטער איז עולה געווען אין 2000 און וווינט אין בת־ים.