ייִדיש־סעמינאַר אין וויליאַ־דאָמינגעס, אַרגענטינע

Show 20 arg

דעם 19-18טן דעצעמבער 2019 איז אינעם שטעטל וויליאַ־דאָמינגעס (די פּראָווינץ ענטרע־ריִאס, 700 קילאָמעטער צפֿונדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס), פֿאָרגעקומען אַ רעגיאָנאַלער סעמינאַר "אַרבעטן, עסן און רעדן אויף ייִדיש – און פֿילשפּראַכיקייט".

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. אין דעם דאָזיקן שטעטל קומט פֿאָר אַ ייִדיש-ספּעציאַליזירטע געשעעניש צום ערשטן מאָל

אינעם מוזיי און אינעם רעגיאָנאַלן אַרכיוו פֿון ייִדישע זידלונגען (לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס) האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַן ערך 20 תּושבֿים פֿון אַרומיקע שטעטלעך און דערפֿער. דער הויפּט־ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען צו דערנענטערן די טעריטאָריעל־דערווײַטערטע קהילות צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן.

דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, אָסוואַלדאָ קיראָגאַ, האָט באַגריסט די אָנטיילנעמערס און באַדאַנקט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿאַר זייערע באַמיִונגען און שטיצע. ער האָט דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע גרופּעס אימיגראַנטן, וועלכע האָבן פֿאַרוואַנדלט די פּראָווינץ ענטרע־ריִאס (צווישן טײַכן) אין אַ פֿילשפּראַכיקן, מולטיקולטורעלן קאַנט, און וועגן דער שאַפֿונג פֿונעם מוזיי, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1985 און היט זכרונות און אַנדערע ווערטפֿולע היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע זידלונגען, זייערע שולן, ביבליאָטעקן אאַ"וו.

מיט עטלעכע לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור און אידענטיטעט, זייער באַדײַט און זייער צושטייער אין דער אַרגענטינער קולטור, איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװ"אָ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום. ער האָט אויך אָפּגעמערקט די אױפֿטוען פֿון דער ייִװ"אָ און פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם אָפּהיטן און פֿאַרשפּרייטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

אויף מאָרגנס האָבן די ייִװ"אָ־מיטאַרבעטערס דורכגעפֿירט די וואַרשטאַטן כּדי צו דערהעכערן דעם שפּראַכלעכן ניוואָ פֿון די אָנװעזנדע:

1. "ייִדישע זכרונות וועגן וועטעראַנען־קאָלאָניסטן", אָנגעפֿירט פֿון אַבֿרהם ליכטענבאַום.

2. "וויִאזוי מע שרײַבט און לייענט אויף יידיש", אָנגעפֿירט פֿון סילוויאַ חייתמאַן – די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִװ"אָ־אַרכיוו.

3. "פֿאַרשיידענע שפּראַכן אין דער פּראָווינץ ענטרע־ריִאס: ייִדיש, רוסיש, דײַטש, פֿראַנצייזיש, טשאַרואַ און מאַנעקאָ", אָנגעפֿירט פֿון אָסוואַלדאָ קיראָגאַ..

ראָני גאָלדבערג איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.

בעת דער שלוס־זיצונג האָבן סײַ די אָנטיילנעמערס, סײַ די פֿאָרשטייערס פֿון אָפֿיציעלע אַנשטאַלטן אויסגעדריקט זייער װוּנטש דורכצופֿירן אַ נײַעם רעגיאָנעלן סעמינאַר אינעם יאָר 2020. מאַריסאַ אָבהאָלץ, די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר טוריזם אין וויליאַ־דאָמינגעס, האָט דעראױף געגעבן איר הסכּמה. דער בורגערמײַסטער כואַן ראָמעראָ איז גרייט צו באַזאָרגן די אימפּרעזע מיטן אָפֿיציעלן סטאַטוס און פֿאָרצולייגן די אַקרעדיטאַציע פֿונעם קולטור־מיניסטעריום כּדי צוצוציִען לערערס און סטודענטן פֿונעם גאַנצן רעגיאָן.