ייִדישע ליטעראַטור אויפֿן קעשענעווער בילדונגס־פֿאָרום

Show 20 chisinau

דעם 18-17טן נאָוועמבערי 2019 זײַנען אינעם קעשענעווער קהילה־צענטער "קדם" פֿאָרגעקומען די צענטע יערלעכע "טעג פֿון גלאָבאַלער בילדונג".

דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר לעאָניד רויטמאַן, האָט דערלאַנגט צוויי לעקציעס: וועגן ייִדישע ליטעראַטן פֿונעם בעסאַראַבישן אָפּשטאַם (פֿאַרן ברייטן עולם) און וועגן שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿונג (פֿאַר תּלמידים פֿון 10טע קלאַסן).

אויף די לעקציעס זיינען געווען אויך די דירעקטאָרין פֿון "קדם" סטעל האַרמעלינאַ, דער וויצע־דירעקטאָר פֿון דער היגער אָפּטיילונג פֿון דער בילדונגס־נעץ "אָרט" און דער לערער פֿונעם קעשענעווער "אָרט"־ליציי אויפֿן נאָמען פֿון רמב"ם.