מיני־קורס פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין קיִעוו

Show 20 kiev

פֿונעם 17טן ביזן 20סטן פֿעברואר 2020 איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַ קורצער קורס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, געפֿירט פֿונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

די לימודים זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיט דער אוקראַיִנישער אַסאָציאַציע פֿאַר יודאַיִק.

די תּלמידים האָבן זיך באַקענט מיט אָנגעזעענע פּראָזאַיִקערס און דיכטערס, וועלכע האָבן געשאַפֿן אין פֿאַרשיידענע לענדער און תּקופֿות, און האבן געפאלגט, וויאזוי די היסטארישע תנאים האבן געווירקט אויף זייער יצירה.

דער לעקטאָר האָט אויך געשענקט אויפֿמערקזאַמקייט דעם פֿאָלקלאָר־קאָמפּאָנענט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג, דער ראָלע פֿון דער ייִדישער קולטור אַלס אַ שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון און פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דער בענקשאַפֿט נאָך ציון, דעם גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם אָרט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער געזאַמטער מזרח־אייראָפּעישער קולטור.

אָט איז די טיילווײַזע רשימה פֿון די ווערק, וואָס מע האט באַטראַכט:

* דער נסתּר "די משפּחה מאַשבער";

* שלום אַש "קידוש־השם";

* מענדעלע מוכר־ספֿרים "מסעות בנימין השלישי";

* שלום־עליכם "דער בלוטיקער שפּאַס";

* שמעון פֿרוג, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי – אויסגעקליבענע לידער.