פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער אויף דער "לימוד"־סעסיע אין אָדעס

Show 20odes

פֿונעם 31סטן אָקטאָבער ביזן 3טן נאָוועמבער 2019 איז אין אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ יערלעכע סעסיע פֿונעם בילדונגס־קולטורעלן פֿאָרום "לימוד", וואָס איז באַשטימט דער עיקר פֿאַר יוגנע ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די ערשטע אזעלכע געשעעניש איז געווען אין 2008 אין דער שטאָט יאַלטאַ.

אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט אויך די פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דער פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער פֿון קלעזמער־מוזיק לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע און אַ קלעזמאָרים־אַנסאַמבל.

אינעם גערעם פֿון דער פּראָגראַם האָבן זיי געגעבן אַ גראַנדיאָזן עפֿענונגס־קאָנצערט, צוויי לעקציעס־קאָנצערטן "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה" און צוויי לעקציעס וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור.

לויט די בקשות פֿונעם פּובליקום פֿלעגן די קאָנצערטן פֿאָרגעזעצט ווערן אַלע אָוונט אומפֿאָרמעל, אינעם האָטעל־לאָבי, ביז שפּעט בײַ נאַכט. דער עולם פֿלעגט מיטזינגען און טאַנצן.