פּרע־סעמינאַר אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַר ישׂראלדיקע מיטלשול־לערערס

Show 2017pre seminar jm

דעם 1טן יאַנואַר 2017 אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען דער ערשטער פֿאָרויסיקער סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור" פֿאַר 43 מיטגלידער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַראיין פֿון מיטלשול־לערערס.

די צווייטע אַזעלכע אימפּרעזע וועט פֿאָרקומען דעם 12טן מערץ אין ירושלים, און דער הויפּט־סעמינאַר - פֿונעם 2טן ביזן 4טן אַפּריל אין ווילנע. די גאַנצע פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן אין תּל־אָבֿיבֿ צוויי לעקציעס: "ייִדיש אַלס ציוויליזאַציע אין פֿאַרגאַנגענהייט, קעגנוואַרט און צוקונפֿט" און "דרײַ ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס - שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים און י״ל פּרץ".

נאָך צוויי לעקציעס זענען געלייענט געוואָרן פֿון ד"ר לאה גאַרפֿינקל: "ייִדיש אַלס זיכּרון־שפּראַך אין מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור" און "די פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע: איציק מאַנגער און אַנדערע דיכטערס".