אַ ייִדיש־קורס פֿאַר אָנפֿאַנגערס אין ווילנע

Show 20ycour

פֿונעם 10טן אָקטאָבער 2019 ביזן 22סטן יאַנואַר 2020 איז אין דער ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר די אָנהייבערס.

דאָס איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן דער ביבליאָטעק און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

די לימודים (30 אַקאַדעמישע שעה) האָט געפֿירט אַ יונגע לערערין סאַולע וואַליונײַטע, וואָס האָט זיך פֿולקום אויסגעלערנט די שפּראַך אויף די זומער־קורסן אין ווילנע און אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט.

אין דער גרופּע זײַנען לכתּחילה אויפֿגענומען געוואָרן 18 מענטשן, מיינסטנס די מיטאַרבעטערס פֿון אַרכיוון, מוזייען און אַנדערע קולטור־אַנשטאַלטן.

די הויפּט־קאָמפּאָנענטן פֿונעם קורס זײַנען געווען די גראַמאַטיק און דאָס לייענען. נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז כּמעט אַלע אָנטיילנעמערס האָבן ניט געהאָט קיין שום פֿריִערדיקע קענטענישן אין ייִדיש, איז זייער פֿאָרשריט ממש אַן אײַנדרוקספֿולער. דאָס רובֿ סטודענטן, וואס פֿלעגן פֿלײַסיק צוגרייטן די װאָכנטלעכע היים־אַרבעטן, האָבן אױסגעהאַלטן דעם עקזאַמען.