פֿונעם 15טן אָקטאָבער ביזן 17טן דעצעמבער 2019 איז אין דער ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־קורס פֿאַר די, וואָס זײַנען ממשיך צו לערנען זיך די שפּראַך.
דאָס איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן דער ביבליאָטעק און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
די לימודים (20 אַקאַדעמישע שעה) האָט געפֿירט ד"ר עגלע ביאַנדיקײַטע – אַ פֿאָרשערין פֿונעם ליטווישן אינסטיטוט פֿאַר געשיכטע.
אין דער גרופּע זײַנען לכתּחילה אויפֿגענומען געוואָרן 20 מענטשן מיט פֿאַרשיידענעם ניוואָ, אָבער ניט קיין אָנפֿאַנגערס. 10 פֿון זײ, וועלכע האָבן פֿלײַסיק באַזוכט די לעקציעס און צוגעגרייט די היים־אַרבעטן, זײַנען מצליח צו פֿאַרענדיקן דעם קורס.
די הויפּט־קאָמפּאָנענטן פֿון דער פּראָגראַם זײַנען געווען: דאָס פֿאָרזעצן צו באַהערשן גראַמאַטיק, דאָס שמועסן אויף ייִדיש, דאָס צוהערן צו רעקאָרדירונגען פֿון ייִדיש־רעדנערס און זינגערס, דאָס לייענען פּרעסע און קלאַסישע ליטעראַטור און דאָס איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ליטוויש.
בײַם סוף האָט יעדער סטודענט געמאַכט אַ פּרעזענטאַציע װעגן אַ באַרימטן טוער פֿון דער ייִדישער קולטור – אַלץ אויף ייִדיש.