אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:
מאַקס ווײַנרײַך (22.04.1894, גאָלדינגען, איצט קולדיגאַ, לעטלאַנד – 29.01.1969, ניו־יאָרק) – איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע לינגוויסטן. ער איז געווען צווישן די גרינדערס און אָנפֿירערס פֿון ייִוואָ. זינט 1940 האָט ער געװױנט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. ער האָט אַרױסגעלאָזט די אַקאַדעמישע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" אין 4 בענדער און אַ סך אַנדערע מאָנאָגראַפֿיעס און אַרטיקלען.
חיים גראַדע (4.04.1910, ווילנע – 7.02.1982, ניו־יאָרק) - אַ באַרימטער דיכטער און פּראָזאַיִקער. אין די יאָרן 1941-46 האָט ער געװױנט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זינט 1948 – אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. צווישן אנדערן, האָט ער אָנגעשריבן אַ באַלאַדע אין זכר פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, אויסגעראָטענע נאָך סטאַלינס באַפֿעל.
חיים זשיטלאָווסקי (19.04.1865, אושאַטשי, איצט ווײַסרוסלאַנד – 5.05.1943, קאַלגאַרי, קאַנאַדע) - פֿילאָלאָג, פּראָזאַיִקער, ליטעראַרישער קריטיקער, פּאָליטישער טוער; אײנער פֿון אָרגאַניזאַטאָרן און װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ (1908).
אבֿרהם רייזען (8.04.1876, קוידענאָוו, איצט דזערזשינסק, ווײַסרוסלאַנד – 30.03.1953, ניו־יאָרק) - דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג. עטלעכע לידער זײַנע זײַנען געלײגט געװאָרן אױף מוזיק, צום בײַשפּיל "הוליעט, קינדערלעך", און זײַנען זײער פּאָפּולער.
אליעזר שטיינבאַרג (3.04.1880, ליפּקאַן, בעסאַראַביע / מאָלדאָווע – 28.03.1932, טשערנאָוויץ) – דער גרעסטער משלים־שרײַבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, פּעדאַגאָג.
גערש־דוד נאָמבערג (4.04.1874, משטשאָנאָװ, פּױלן – 21.11.1927, וואַרשע) - פּראָזאַיִקער, זשורנאַליסט, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. דװקא ער האָט אױסגעטראַכט דעם טערמין "ייִדישיזם". אין זײַן באַרימטסטער דערצײלונג "פֿליגלמאַן" און אַנדערע האָט ער אויסגעדריקט דעם אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן קאָנפֿליקט בײַ יונגע ייִדן, וואָס האָבן געהאַט פֿאַרלאָזט די טראַדיציעס פֿון זייער פֿאָלק.
הירש גליק (24.04.1922, ווילנע - זומער 1944, עסטלאַנד) - דיכטער, מחבר פֿונעם ייִדישן פּאַרטיזאַנען־ליד "זאָג נישט קיינמאָל...". בעת דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ווילנער געטאָ (אָקטאָבער 1943) האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן אַנטלויפֿן, אבער איז געכאַפּט געוואָרן און איבערגעפֿירט אינעם לאַגער "גאָטפֿעלד" אין עסטלאַנד; פֿון דאַנען האָט ער אויך פּרובירט אַנטלויפֿן, אָבער בעתן ויבֿרח איז ער דערמאָרדעט געוואָרן. (ער איז אויפן בילד)