מערץ: היסטאָרישער קאַלענדאַר

Show e r kaminska

אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

שלום־עליכם (שלום־יעקבֿ ראַבינאָוויטש; 2.03.1859, פּערעיאַסלעוו, איצט אוקראַיִנע – 13.05.1916, ניו־יאָרק) – דער גרעסטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אסתּר־רחל קאַמינסקע (10.03.1868, פּאָרוזעווע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 27.12.1925, וואַרשע) – אַ גרױסע אַקטריסע און טעאַטער־טוערין, ״די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער״ (אויפן בילד).

שלמה מיכאָעלס (וואָווסי; 16.03.1890, דענענבורג, איצט דאַוגאַוופּילס, לעטלאַנד – 13.01.1948, מינסק) – דער גרעסטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

משה קולבאַק (20.03.1896, סמאָרגאָן, איצט ווײַסרוסלאַנד – 28.10.1937, מינסק) – באַרימטער דיכטער, דראַמאַטורג, מחבר פֿונעם ראָמאַן "זעלמעניאַנער".

ישׂראל אַקסענפֿעלד (מערץ 1787, נעמיראָוו, איצט אוקראַיִנע – זומער 1866, פּאַריז) – פּראָזאַיִקער פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה, מחבר פֿון די ראָמאַנען "דער שטערנטיכל" און "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט".

בערל בראָדער (מאַרגוליס; מערץ 1815, בראָד, איצט אוקראַיִנע – 1868, קאַרלסבאַד, איצט קאַרלאָווי וואַרי, טשעכײַ) – פֿאָלקסזינגער, גרונטלייגער פֿון דער כאַליאַסטרע "בראָדער זינגער", וועלכע פֿלעגן אומפֿאָרן אַרום גאַליציע און רומעניע.

***

דעם 24סטן מערץ 1925 איז אין ווילנע געגרינדעט געוואָרן ייִוו"אָ (ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט). זינט 1940 געפֿינט ער זיך אין ניו־יאָרק.