דעם 3טן יאַנואַר 2019 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ לעקציע אינעם גערעם פֿונעם נײַעם פּראָיעקט "מאַרק שאַגאַל אין בילדער און ווערטער".
די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם תּל־אָבֿיבֿער מוזיי פֿון ארץ־ישׂראל, אינעם פֿולגעפּאַקטן זאָל אויפֿן נאָמען פֿון ראָטשילד.
העכער 200 אָנוועזנדע האָבן זיך דערוווּסט אַז דער גרויסער מאָלער האָט געשאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף יידיש. ער האָט אויך אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער.
מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטישע טוערס, האָט שאַגאַל זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש. עטלעכע בריוו זײַנע זײַנען דעמאָנסטרירט געוואָרן פֿונעם לעקטאָר.
צווישן דעם עולם זײַנען געזעסן הויכראַנגיקע פֿארשטייערס פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, דעם ישׂראלדיקן קולטור־מיניסטעריום, דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און אַנדערע אינסטיטוציעס.