ד"ר מרדכי יושקאָווסקיס לעקציע וועגן דער גאָלדענער מדינה

כּמעט ביזן סוף 19טן יאָרהונדערט האָט די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿונעם וועלט־ייִדנטום געוווינט אין אייראָפּע. דערנאָך האָבן אָנגעהויבן שאַרפֿע געאָגראַפֿישע און סאָציאָלאָגישע ענדערונגען, וועלכע האָבן וועזנטלעך געביטן דאָס פּנים פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. מיליאָנען ייִדן פֿון מזרח־אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך האָבן עמיגרירט דורכן אָקעאַן, דאָס רובֿ קיין פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע - "די גאָלדענע מדינה", ווי זיי פֿלעגן זאָגן. די דאָזיקע ייִדן האָבן גוט געוווּסט פֿון וואנען זיי לויפֿן: פֿונעם תּחום־המושבֿ, פֿון אָרעמקייט, פֿון פּאָגראָמען און אַנדערע דערנידעריקונגען – פֿון אַנטיסעמיטיזם. אָבער וווּהין זיי לויפֿן און וואָס דערוואַרט אויף זיי דאָרט – דערפֿון האָבן זיי קיין אַנונג ניט געהאַט. וועגן דעם איז די לעקציע פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי https://www.youtube.com/watch?v=0-3_Lwp64XU&list=PLk4CCBcMXeAtJvEZ6ibduazm5VdIeO1X_&index=15