פּערל פֿון ייִדישער קולטור אין ווילנע פֿאַרן רוסלענדישן יוגנט

Show col9 hillel 3.16

אין דער אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, האָבן זיך באַטייליקט 15 פֿאָרשטייערס פֿון מאָסקווע, סאַנקט־פּעטערבורג, ראָסטאָוו, קראַסנאָיאַרסק, סאַמאַראַ און אַנדערע שטעט.

אַ באַזונדערן אײַנדרוק האט זיי פֿאַרשאַפֿן שמעון גורעוויטשעס לעבהאַפֿטיקע, אייגנטימלעכע לעקציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטורעלער און גײַסטיקער ירושה. אויך די עקסקורסיע איבער די ייִדישע ערטער פֿון ווילנע האָט אַלעמען געפֿעלט, ניט געקוקט אויפֿן רעגן.

אַ סך אָנטיילנעמער מעלדן, אַז זיי זײַנען גרייט אײַנצושליסן די ייִדיש־טעמע אין די אַרבעט־פּלענער פֿון זייערע קלובן. דעריבער פּלאַנירן מיר די המשך־סעמינאַרן, ניט נאָר אין ליטע.