דעם 11טן דעצעמבער 2016 אין ירושלים, אינעם גערעם פֿונעם בילדונגס־פּראָיעקט "מהות", האָבן 43 אָפֿיצירן פֿון צה"ל (ישׂראלדיקע פֿאַרטיידיקונגס־אַרמיי) ממשיך געווען זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געלייענט דעם מיליטערישן עולם אַ לעקציע "בענקשאַפֿט נאָך ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור".
דאָס איז די צווייטע לעקציע פֿונעם ציקל, וואָס איז אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער צוזאמענאַרבעט מיט דער בילדונגס־אָפּטיילונג פֿון צה"ל און מיט דער פֿונדאַציע "בראשית".
די ערשטע לעקציע איז פֿאָרגעקומען דעם 8טן סעפּטעמבער אין ווילנע. אַ חוץ דעם, באַזוכן די אָפֿיצירן מזרח־אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך, פֿאַרבונדענע מיט ייִדישער געשיכטע.
די אַרמיי־מענטשן האָבן אויפֿגענומען די דאָזיקע טעמע מיט גרויסער התלהבֿות; זײ האָבן אויסגעדרוקט דאָס ווילן פֿאָרצוזעצן אונדזערע לימודים אינעם יאָר 2017.