די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און דעם לערער־פֿאַראיין (ארגון המורים). די אָנטיילנעמערס האָבן אינטענסיוו שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור, מוזיק און אַנדערע קולטור־אַספּעקטן.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן צוויי לעקציעס: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יארהונדערט?" און "שלום־עליכם - דער אומאיבערשטײַגלעכער ייִדישער קלאַסיקער".
ד"ר קאָבי ווײַצנער, רעפֿערירנדיק אויף אַזאַ סעמינאַר צום ערשטן מאָל, האָט גערעדט וועגן דעם אונטערשייד צווישן גערעדטן און ליטעראַרישן ייִדיש, וועגן געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און וועגן דעמאָנאָלאָגיע אין ייִדישער ליטעראַטור.
מיכאל פֿיליפּאָוו האָט אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער פֿון אונדזער האַרצן". דער היגער וועגווײַזער, ניקיטאַ מייטין, האָט דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט.
אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, פּנינה מעלער, האָט דורכגעפֿירט אַ מעטאָדישן וואַרשטאַט וועגן ייִדיש־אונטערריכט. זי האָט צוגעזאָגט, אַז די אינסטאַנץ וועט שטיצן די לערערס, וואָס וועלן אײַנפֿירן אין זייערע שולן פּראָיעקטן, פֿאַרבונדענע מיט ייִדיש.