פֿונעם 2טן ביזן 4טן סעפּטעמבער 2006 האָבן די פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס זיך באַטייליקט אין אַ יערלעכער סעסיע פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן קונסט־ און בילדונגס־פּראָיעקט "לימוד".
דאָס מאָל איז די אימפּרעזע פֿאָרגעקומען אין קאַזאַן – די הויפּטשטאָט פֿון טאַטאַרסטאַן־רעפּובליק, וואָס איז אַ טייל פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע.
אונדזערע שליחים - די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דער קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע – האָבן געגעבן צוויי לעקציעס־קאָנצערטן: "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון אונדזער נשמה" און "פֿונעם אָדעסער ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר". זיי האָבן אויך טיילגענומען אינעם גאַלאַ־קאָנצערט פֿאַר 600 צושויערס.
דער עולם האָט געלאָזט התפּעלותדיקע אָפּרופֿן, וועלכע איר קאָנט לייענען אויף דער ענגלישער ווערסיע פֿון אונדזער וועבזײַטל.