פֿונעם 13טן ביזן 23סטן אָקטאָבער 2016 איז אין כאַרקאָוו (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ גרויסער פֿעסטיוואַל "די טעג פֿון ייִדישער קולטור". עס האָט אים אָרגאניזירט דער שטאָטישער ייִדישער קולטור־צענטער מיט דער שטיצע פֿונעם אַמעריקאַנישן צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט".
אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָט זיך באַטייליקט דער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געלייענט די לעקציעס: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט" און "די סודות פֿונעם ייִדישער הומאָר".
צוזאַמען מיט אַנדערע אונדזערע שליחים - די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דער קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע – האָט ד"ר יושקאָווסקי דורכגעפֿירט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.