לעקציעס אין דער גימנאַזיע "אָרט" אין קיִעוו

Show kiev2016ort

דעם 8טן דעצעמבער 2016, אין די ראַמען פֿון אונדזער צוזאַמענאַרבעט מיט דער שול־נעץ "אָרט", האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט צוויי לעקציעס אין דער קיִעווער ייִדישער גימנאַזיע.

די טעמעס פֿון די לעקציעס: "ייִדיש אַלס אַ גײַסטלעכער בריק צווישן דורות" און "די ייִדישע קולטור און אירע דערציִערישע אַספּעקטן". אינעם זאַל זענען געזעסן לערערס, סטודענטן און תּלמידים.