דעם 21סטן סעפּטעמבער 2016 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ווילנער געטאָ־לידער פֿון דער חורבן־תּקופֿה.
די אימפּרעזע, אָרגאַניזירט בשותּפֿות פֿון דער ביבליאטעק און פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, איז געווידמעט דעם 75סטן יאָרטאָג פֿונעם פֿאַרניכטן דאָס געטאָ. אינעם זאַל זענען געזעסן אַ סך ניט־יידן, מייסטנס פּעדאַגאָגן.
דער ביבליאָטעקס פֿאַרוואַלטער, זשילווינאַס בעליאַוסקאַס, האַט באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם באַקענען די איצטיקע דורות פֿונעם ליטווישן פֿאָלק מיט דער שוידערלעכער טראַגעדיע, וואָס האָט זיך געטראָפֿן אין זײַן לאַנד.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט דערציילט וועגן די שווערסטע, אוממענטשלעכע תּנאים, אין וועלכע עס זענען געשאַפֿן געוואָרן די געטאָ־לידער. עס האָבן זײ אױסגעפֿירט די זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל מאַרינאַ יעקובאָװיטש און דער קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.
זעט די רעקאָרדירונגען פֿונעם קאָנצערט: http://vilnius-jewish-public-library.com/2016/09/21/jidis-dainos-ir-poezija-holokausto-akivaizdoje אָדער https://www.facebook.com/events/511842459013999/515048315360080