עס האָבן זיך באַטייליקט העכער 700 אָנטיילנעמערס ניט נאָר פֿון אַלע עקן ווײַסרוסלאַנד, איידער אויך פֿון רוסלאַנד, מאָלדאָווע, אוקראַיִנע, ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער.
114 פּרעזענטירערס האָבן דורכגעפֿירט 125 סעסיעס. דעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָבן פֿאָרגעשטעלט די ישׂראלדיקע זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש (אויפֿן בילד) און דער מאָסקווער קלעזמער לעוו סאַנדיוק. זיי האָבן געגעבן אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.
די מינסקער פּראָגראַם האָט זיך פֿאָרגעזעצט אין באָברויסק. דארט זענען פֿאָרגעקומען נאָך איין קאָנצערט פֿון מ. יעקובאָוויטש און די אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, געווידמעטע די באַקאַנטע ציוניסטישע טוערס בערל קאַצנעלסאָן (וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין באָברויסק) און אבא אחימאיר (געבוירן אינעם דאָרף דאָלגאָיע ניט ווײַט פֿון דער שטאָט). די באַזונדערע ישׂראלדיקע דעלעגאַציע אין באָברויסק האָט אײַנגעשלאָסן א. אחימאירס זין: יעקבֿ און יאָסי.