​לעקציעס וועגן באַשעוויס־זינגער אין סאַנקט־פּעטערבורג

Show limud2016spb

אין די ראַמען פֿון אונדזער צוזאַמענאַרבעט מיטן קונסט־ און בילדונגס־פּראָיעקט "לימוד" האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, געלייענט לעקציעס וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער. דאָס איז געווען דעם 13טן נאָוועמבער 2016 אין סאַנקט־פּעטערבורג, רוסלאַנד

ניט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קאָנקורענץ מצד אַנדערע "לימוד"־אַקטיוויטעטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען גלײַכצײַטיק (בפֿרט, די סטאָמאַטאָלאָגישע סטודיע), זענען אויף אירע לעקציעס געקומען ניט ווייניקער ווי 12 צוהערערס.

אין אָנהייב האָט ד"ר פֿעדטשענקאָ אין קורצן דערציילט וועגן דער טעטיקייט פֿונעם ייִדיש־צענטער. נאָך דעם האָט זי באַשריבן די שאַפֿונג פֿונעם לאַורעאַט פונעם נאָבל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור יצחק באַשעוויס־זינגער און די איבערזעצונגען פֿון זײַנע װערק.

די טעמע האָט אויפֿגעװעקט אַ סך פֿראַגעס. ד"ר פֿעדטשענקאָס ענטפֿערס האָבן זיך פֿליסיק פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿרײַער, אומגעצוווּנגענער דיסקוסיע וועגן דער ייִדישער קולטור.