ד"ר יושקאָווסקיס לעקציע וועגן ייִדישע קלאַסיקערס
https://www.youtube.com/watch?v=N-TBqFA6REc&list=PLk4CCBcMXeAtJvEZ6ibduazm5VdIeO1X_&index=17
פֿון טויזנטער ייִדישע ליטעראַטן, בלויז דרײַ זײַנען אַנערקענט געוואָרן אַלס קלאַסיקערס: מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ און שלום־עליכם.
פֿאַרוואָס נאָר די דאָזיקע דרײַ? דערפֿאַר, וואָס זייערע ווערק, געשאַפֿענע מיט איבער הונדערט יאָר צוריק, זעען אויס אַזוי אַקטועל גלײַך ווי זיי וואָלטן געשריבן ווערן פֿאַר אַ הײַנטיקער צײַטונג.
א ליטעראַרישער קריטיקער שמואל ניגער האָט באַצייכנט:
"די דרײַ שרײַבן וועגן די זעלבע זאַכן. די מאָטיוון זײַנען די זעלבע מאָטיוון, די טעמעס זײַנען די זעלבע טעמעס. אָבער בײַ מענדעלען וויינען מיר, בײַ פּרצן טראַכטן מיר, און בײַ שלום־עליכמען לאַכן מיר."
וויִאַזוי פּאַסירט דאָס? וועגן דעם איז די לעקציע פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי