סעמינאַר אין לעמבערג פֿאַר קינדער פֿון די חורבן־לעבנגעבליבענע

Show lviv2016

פֿונעם 11טן ביזן 13טן סעפּטעמבער 2016 איז אין דער שטאָט לעמבערג אין אוקראַיִנע (וואָס ווערט הײַנט גערופֿן לוויוו) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 30 ישׂראלדיקע געסט – די מיטגלידער פֿונעם פאַרבאַנד "דורות־ההמשך" – זין און טעכטער פֿון די ייִדן, וואָס זענען ניצול געוואָרן אינעם חורבן.

די אַקטיוויסטן פֿון דער אַסאָציאַציע אױפֿן רעגולערן אופֿן באַזוכן לערן־אַנשטאַלטן און דערקלערן די ייִנגערע דורות דערפֿאַרונגען און אָנלערנונגען פֿון דער שואה, פֿאַראייביקן דעם זיכּרון פֿון די קדושים.

די דאָזיקע אימפּרעזע איז געווידמעט דעם 75סטן יאָרטאָג פֿון דער טראַגעדיע אין באַבי יאַר. די גרופּע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער טוריסטישער פֿירמע "The Lion Travel", אָנגעפֿירט פֿון אַנדזשעלאַ מינדל.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן 6 לעקציעס: "קעגנזײַטיקע השפּעות פֿון ייִדישער און אוקראַיִנישער קולטורן"; "דרײַ ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס - שלום־עליכם, מענדעלע און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור"; "ייִדישע לידער פֿון דער חורבן־תּקופֿה"; "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישער ליטעראַטור" און "סודות פֿונעם ייִדישער הומאָר".

דער גאַנצער קורס איז געבויט אַזוי, כּדי די אָנטיילנעמערס זאָלן קענען אָנווענדן די געקראָגענע קענטענישן וועגן דער ייִדישער קולטור (וואָס איז איינע פֿון די חורבן־קרבנות) אין זייער טאָגטעגלעכער טעטיקייט.