​ייִדיש־סעמינאַר אין מענדאָסאַ, אַרגענטינע

Show mendoza

דעם 25-24סטן נאָוועמבער 2017 איז אין דער שטאָט מענדאָסאַ (1000 קילאָמעטער מערבֿדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "1000 יאָר פֿון ייִדיש: שפּראַך, גאסטראָנאָמיע און פֿאָלקלאָר". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס

אינעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט אן ערך 60 מענטשן. דער הויפּט־ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען צו דערנענטערן די טעריטאָריעל דערווײַטערטע קהילה צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן.

די באַגריסונגס־רעדע האָט געהאַלטן דער רבֿ פֿון דער היגער קהילה. מיט עטלעכע לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור און איר אַקטועלקײט איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװ"אָ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבױם. צווישן אַנדערן, האָט ער רעפֿערירט וועגן די סודות פֿונעם ייִדישער הומאָר און זייער פֿאַרווענדונג אין שלום־עליכמס מוסטערווערק.

צום סוף האָט די זינגערין מיכל אָרליאַן (אויפֿן בילד) אויסגעפֿירט לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און לאַדינאָ.