די דאָזיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם גערעם פֿון דער פּראָגראַם "מצודה" (וועלכע איז באַשטימט אויסצושולן מנהיגים פֿאַר ייִדישע קהילות) מיט דער באַטייליקונג פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. די־אָ אימפּרעזע איז אויך אַ פּרי פֿון אונדזער פֿאָרזעצנדיקער צוזאַמענאַרבעט מיט דער אָרגאַניזאַציע "דשוינט".
דעם ייִדיש־צענטער האָט אין סטויפּץ פֿאָרגעשטעלט ד"ר נאַטאַליע רינדיוק – אַ ייִדיש־לערערין פֿון קיִעווער מאָהיליאַנסקע אַקאַדעמיע. זי האָט געלייענט צוויי לעקציעס, יעדע איינע פֿון וועלכע האָט פֿאַרזאַמלט 20 צוהערערס.
די טעמעס זענען געווען: "אַ געשטאַלט פֿון אַ שטעטל אין דער קלאַסישער ליטעראַטור אױף ייִדיש" און "װאָס קען דערצײלן אַן אַלט ייִדיש פּאָסטקאָרטל". אויף דער צווייטער לעקציע האָט ד"ר נאַטאַליע רינדיוק געוויזן אַ סלײַד־שאָו מיט העכער 100 קאָרטלעך. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן דעם לעבעדיקן אינטערעס און געלאָזט די התפּעלותדיקע אָפּרופֿן, וועלכע איר קאָנט זען אויף ענגלישער און רוסישער ווערסיעס פֿון דעם וועבזײַטל.