ד"ר יושקאָווסקי רעפֿערירט אויפֿן ייִדישן דערציִונגס־סעמינאַר אין מינסק

Show minsk2016

פֿונעם 2טן ביזן 4טן דעצעמבער 2016 איז אין מינסק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿאַר 25 דערציִערס פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס און חסד־אַנשטאַלטן פֿונעם גאָרן ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך פֿון מאָסקווע און אומגעגנט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער אַמעריקאַנישער צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט".

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם יִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געלייענט דרײַ לעקציעס: "ווײַסרוסלאַנד אין דער ייִדישער ליטעראַטור (מענדעלע מוכר־ספֿרים, משה קולבאַק, איזי כאַריק, יוסף ראַבין, אבֿרהם רייזען)"; "ייִדישע שרײַבערס־ליטוואַקן, זייער לעבן און שאַפֿונג"; "די פּערל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון דער מאַרק שאַגאַלס תּקופֿה ביז הײַנט־צו־טאָג".

פֿאַר דעם רובֿ אָנטיילנעמערס איז דאָס געווען די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיי האָבן אויסגעדריקט דעם שטאַרקן װילן ממשיך צו זײַן אַזעלכע לימודים אויפֿן קומענדיקן סעמינאַר