לימוד־מאָסקווע רופֿט אַרױס לעבהאַפֿטיקע דיסקוסיעס

Show limudmoscow

לויט פּילצאָליקע בקשות פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן און אָנטיילנעמערס פֿון אונדזערע ווילנער סעמינאַרן, האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן צוויי לעקציעס: "שלום־עליכם - דער אומאיבערשטײַגלעכער ייִדישער קלאַסיקער" און "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישער ליטעראַטור".

אַן ערך 90 רוסיש־שפּראַכיקע ייִדישע אַקטיוויסטן ניט נאָר פֿון רוסלאַנד, איידער אויך פֿון אַנדערע לענדער (דאָס רובֿ די יוגנטלעכע), האָבן אויפֿמערקזאַם אויסגעהערט די לעקציעס און זיי לעבהאַפֿטיק דיסקוטירט סײַ מינדלעך, סײַ אױף אינטערנעץ־פֿאָרומען.