ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר אָדעסער פּעדאַגאָגן

Show moskovich

פֿונעם 15טן ביזן 18טן מערץ 2018 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַן ערך 30 לערערס פֿון פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן פֿון דער שטאָט אָדעס (סײַ ייִדישע, סײַ ניט־ייִדישע), כּדי צו פֿאַרברייטערן און באַרײַכערן זייערע קענטענישן אויפֿן געביט פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום און זײַן אינטעלעקטועל־גײַסטיקער ירושה.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים (אויפֿן בילד) האָבן געגעבן פֿינף לעקציעס וועגן דעם גורל פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אָדעס, אין אוקראַיִנע און אין דער גאָרער וועלט.

פּראָפֿ' מאָסקאָוויטש האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט: קעגנוואַרט און צוקונפֿט" און "פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר־אוצר: שבֿועות, ברכות און קללות".

ד"ר יושקאָווסקיס לעקציעס האָבן זיך גערופֿן: "ייִדישע קולטור אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "די ליטעראַטור אױף ייִדיש, געשאַפֿענע אין דער חורבן־תּקופֿה"; "אָדעס אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".