פּערל פֿון ייִדישער קולטור אין ווילנע פֿאַר כּלל־טוערס פֿון צענטראַל־רוסלאַנד

Show vilnius nikitskaya

די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אַ פּרי פֿון דער פֿאָרזעצנדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, "דשוינט" און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד. די 14 אָנטיילנעמערס האָבן אינטענסיוו שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור, מוזיק און אַנדערע קולטור־אַספּעקטן.

מיט גרויס אינטערעס האָט מען אויסגעהערט די לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי: "דורותדיקע ייִדישע ציוויליזאַציע", "שלום־עליכם - דער אומאיבערשטײַגלעכער ייִדישער קלאַסיקער", "יצחק באַשעוויס־זינגער – דער גאון פֿון ייִדישער דערציילונג".

אַן אַנדערער לעקטאָר פֿון ישׂראל, ד"ר לוי שעפּטאָוויצקי, האָט גערעדט וועגן דעם אויפֿקום, דעם גורל און דער צוקונפֿט פֿון ייִדישע זינגלידער. ד"ר לאַראַ לעמפּערט (ווילנער אוניווערסיטעט) האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 19טן און אָנהייב 20סטן יארהונדערט.

דער היגער וועגווײַזער, ניקיטאַ מייטין, האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: סײַ אין דער אַלטער שטאָט, סײַ אין די ראַיאָנען דערווײַטערטע פֿונעם צענטער, אײַנשליסנדיק פּאָנאַר.

אינעם לעצטן טאָג האָבן ד"ר יושקאָווסקי און דער ווילנער אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען" בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.

אין איר אָפּרוף שרײַבט די גענעראַל־דירעקטאָרין פֿונעם מאָסקווער ייִדישן קולטור־צענטער גאַלינאַ מוראַכאָווסקאַיאַ:

"חשובֿע קאָלעגן! אַ דאַנק פֿאַר דער געלעגנהייט צו ווערן אַ טייל פֿון אײַער וווּנדערבאַרן בילדונגס־פּראָיעקט, פֿאַרזונקען צו ווערן אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, דערשפּירן זייערע פּראַכט און וויכטיקייט פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע... מיר וועלן זײַן גליקלעך אײַך מקבל־פּנים צו זײַן אין מאָסקווע מיט אײַערע לעקציעס און סעמינאַרן".