לעקציעס וועגן ייִדיש אין נאָוואָסיבירסק

Show novosibirsk

דעם 19טן נאָוועמבער 2017 האָט דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיץ, געגעבן צװײ לעקציעס וועגן ייִדיש אין דער שטאָט נאָוואָסיבירסק (רוסלאַנד).

די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם גערעם פֿונעם בילדונגס־פּראָיעקט "דאָס דורות־בוך", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "עם הזיכּרון" כּדי צו העלפֿן די אָנטיילנעמערס געפֿינען זייערע ייִדישע וואָרצלען.

אָט זײַנען די טעמעס פֿון די לעקציעס: "געשיכטע פֿון ייִדן דורך דער פּריזמע פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" און "ייִדיש און די ליטעראטור פונעם ייִדישן פֿאָלק".

אויף די לעקציעס זענען בײַגעווען איבער 100 צוהערערס, וואָס האָבן איבערגעפֿילט דעם זאַל. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס. עטלעכע אָפּקלאַנגען זייערע קאָן מען לייענען אויף אונדזער ענגלישער זײַט.