אין אָסטראָג איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר און דערעפֿנט אַ יודאַיִק־צענטער

Show ostroh2016

די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען לויט דער איניציאַטיוו פֿונעם אָרטיקן נאַציאָנאַלן אוניװערסיטעט ״אָסטראָגער אַקאַדעמיע״, וווּ מען האָט אין די זעלבע טעג פֿײַערלעך דערעפֿנט אַן אַקאַדעמישן צענטער פֿאַר יודאיִק־שטודיעס מיטן יונגן פֿאָרשער ד"ר דמיטראָ צאָלין בראש. דאָס איז שוין דער דריטער יודאַיִק־צענטער אין אוקראַיִנע, נאָך קיִעוו און לעמבערג.

אויפֿן סעמינאַר זײַנען בײַגעווען אַן ערך 300 מענטשן פֿון דער גאָרער אוקראַיִנע: סטודענטן, וויסנשאַפֿטלערס, כּלל־טוערס, זשורנאַליסטן.

מיט לעקציעס זײַנען אויפֿגעטראָטן דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים (וואָס האָט איבערראַשט דעם עולם מיט זײַן פּרעכטיקער אוקראַיִנישער שפּראַך) און טעטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ - די ייִדיש־לערערין פֿון קיִעווער מאָהיליאַנסקער אַקאַדעמיע.

דאָס קהל איז אויך באַגײַסטערט געוואָרן פֿונעם סאָלאָ־קאָנצערט ״פֿון דער אַלטער הײַזקע אין דער נײַער הײם״ פֿון דער ישׂראלדיקער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, באַגלייט פֿונעם מאָסקווער קלעזמער לעוו סאַנדיוק. מאַרינאַ, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אָסטראָג, האָט געזונגען אויף אוקראַיִניש, ייִדיש און העברעיִש.

זעט עטלעכע אָפּרופֿן אויף רוסיש און אויף אוקראַיִניש:

http://zoriy.blogspot.co.il/2016/05/blog-post_6.html#gpluscomments

http://zoriy.blogspot.co.il/2016/05/blog-post_8.html

http://www.oa.edu.ua/ua/info/news/2016/05-05-02